וועגן Konsumentverket (די שוועדישע קאנסומער אגענטור) און וויאזוי זיך צו פארבינדן מיט אונז
Om Konsumentverket och hur du kontaktar oss - Jiddisch
די שוועדישע קאנסומער אגענטור איז א רעגירונג אגענטור באזירט אין Karlstad. מיר ארבעטן מיט די פראבלעמען וועלכע קומען ארויף מיט איינקויפן פראדוקטן און סערוויסעס. צוזאמען, העלפן מיר אז עס זאל זיין א זיכערע מארקפלאץ וואו סיי קונדן און ביזנעסער קענען זייערע רעכטן און פליכטן.
ער טעקסט איז איבערגעזעצט פֿון שוועדיש . דער טעקסט און די אויסזען פון דעם בלאַט קענען זיין אַנדערש פֿון דער אָריגינעל בלאַט.
וועגן Konsumentverket (די שוועדישע קאנסומער אגענטור) און וויאזוי זיך צו פארבינדן מיט אונז
די שוועדישע קאנסומער אגענטור איז א רעגירונג אגענטור באזירט אין Karlstad. מיר ארבעטן מיט די פראבלעמען וועלכע קומען ארויף מיט איינקויפן פראדוקטן און סערוויסעס. צוזאמען, העלפן מיר אז עס זאל זיין א זיכערע מארקפלאץ וואו סיי קונדן און ביזנעסער קענען זייערע רעכטן און פליכטן.
די שוועדישע קאנסומער אגענטור נוצט איר קרעפטן צו פארזיכערן:
אויספאלג דורך ביזנעסער מיט קאנסומער באשיצונג געזעצן
פראדוקטן און סערוויסעס וועלכע זענען פארזיכערט צו נוצן
אז קונדן קענען און נוצן זייערע רעכטן
אז הויזגעזינדער באקומען הילף מיט אנפירן זייערע פינאנצן.
וויאזוי די שוועדישע קאנסומער אגענטור ווערט געפירט
די שוועדישע קאנסומער אגענטור'ס אקטיוויטעטן ווערן געפירט דורך געזעצן און רעגולאציעס באשלאסן דורך פארלימענט אדער די רעגירונג. די אלע שילדערן אונזערע פליכטן און פאראנטווארטליכקייטן.
קאנסומער אמבודסלייט
די שוועדישע קאנסומער אגענטור איז אנגעפירט דורך א דירעקטער גענעראל וואס איז אויך די קאנסומער אמבודסמאן. די קאנסומער אמבודסמאן פארזיכערט אז פירמעס פאלגן אויס די קאנסומער באשיצונג געזעצן, אויך דורך נוצן לעגאלע שריט.
אנווייזונג פאר קונדן
די שוועדישע קאנסומער אגענטור געבט אנווייזונג פאר קונדן אין שוועדיש און אין ענגליש. מיר ענטפערן פראגעס איבער איינקויפן פראדוקטן און סערוויסעס. מיר קענען אייך אויך פירן צו עקספערטן ביי אנדערע אגענטורן, קאנסומער עדווייזערי קערפערשאפטן, אדער מוניציפאלע קאנסומער קאונסעלינג סערוויסעס.
אונזער עדווייזערי קען אייך אויך שטעלן אין פארבינדונג מיט די אייראפעאישע קאנסומער צענטערן נעטווארק (Konsument Europa), אויב איר האט עפעס געקויפט פון אן אנדערע EU לאנד, די UK, אייסלאנד אדער נארוועי.
קומט אונז זאגן ווען א ביזנעס טוט עפעס נישט ריכטיג
טראכט איר אז א ביזנעס האט געמאכט א גרייז אדער האט איר געפונען א געפאר מיט א פראדוקט אדער סערוויס? איר קענט איר לאזן וויסן דערפון דורך מאכן א באריכט. מיר וועלן אויפשרייבן אייער באריכט און דערנאך באשליסן אויב מיר זאלן אויספארשן די פירמע אדער פראדוקט. איר וועט נישט באקומען קיין פערזענליכע פידבעק אדער הילף נאך אייער באריכט.
פארבינדט זיך מיט די שוועדישע קאנסומער אגענטור
טעלעפאן נומער: 525 0771-525
אימעיל אדרעס: konsumentverket@konsumentverket.se
פאסט אדרעס: Box 48, 651 02 Karlstad
אדרעס צו באזוכן: Tage Erlandergatan 8A, Karlstad
געדענקט אז אלעס וואס איר שיקט אונז ווערט א פובליק דאקומענט און אז אנדערע קענען בעטן עס צו זען.